345 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא איין קוישטליכר רבי האט דרייא זין אונ' ווארדן אלי רכדס דרייא רבנים אונ' דער חסיד וואר גאר רייך : מעשה גישאך איין מאל אן איינים קוישטליכר רב דער האט דרייא זין אונ' ווארן אלין דרייא רבונים אונ' דער חסיד וואר גאר רייך וויא ער נון וואלט שטרבין זא שיקט ער נוך כל הקהל אונ' נוך זיין דרייא זין אונ' זאגט ווידר זיינן זינן ליבה קינדר דא לוש איך אייך איין גרושין עושר דער ניט צו שעצין איז אונ' איר ווערט אל אייאיר טג גינוגן דאראן האבין נון האב איך איין קישט דיא אישט צו גישלוסין זא ביגער איך בון אייך אלין דרייאין אונ' זעלט מיר אייאיר האנד דרויף געבין דש איר זיא ניט אויף טון דען עש ווער ח"ר גאר נוטערפטיג אונ' ווען איינר דיא קישט האט זא זאל איין אנדרר דען שליסיל האן אלזו שווארן זיא בור כל הקהל דש זיא זולכיש הלטין וועלטין אלזו שטורב דער חסיד אונ' דיא דרייא ברודר טייליטן דש ממון אונ' ווארין אלי דרייא גאר רייך לסוף דער יונגשט קאם בון זיינים ממון אב אונ' ווארט גאר ארם דען ער וואר זא איין גרושיר ואר דינר אונ' ביגערט בון זיין ברידר דיא קישט אויף צו טון אונ' זיין חלק...
אל הספר