רכג. מעשה בעשיר שכל ימיו לא נשבע

337 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא איין עשיר האט אל זיין טאג קיין שבועה גיטאן : רכגס מעשה גישאך אן איינים עשיר דער הט אל זיין טאג קיין שבועה גיטון אונ' וויא ער נון שטרבן וואלט דא טעט ער זיינן זין צוואה זיא זולטן דוך ניט שווערן עש ווער שר שוועהר אמת אודר ניט דען אל מיין עשר קומט מיר הער דאש איך קיין שבועה גיטון הב דא מיט האט מיר מיין סחורה ביקליגט דיא זין פאר הישן אים זיא וועלטין עז טון נון דער עשיר שטורב דיא קינדר טיילטן איר ממון גר רעדליך זונדר גישווארן צוגין אל ווידר איר שטרויס זונדר איין זון בליב אינש פאטירש גוט זיצן אין זיינים הויז . נון עז האט פיל ביזן שעליק אין דער שטט דיא ווארן עש גיוואר וויא אים דער פאטיר העט צוואה גיטון ער זעל קיין שבועה טון דא קאם אייניר אונ' שפראך דען זון אן אום טויזינט גולדין דיא ווער אים דער פאטיר שולדיג גיוועזן דער זון לייקנט עש נון בקצר עש קאם דען זון אויף איין שבועה דאש ער קיין ווישנש דרום העט דער זון גידוכט שווער איך זא ברעך איך מייניש פאטירש צוואה עש איז בעשיר איך שווער ניט אונ' גיב אים דאש געליט אונ' וויל מיין פאטירש צוואה ניט ברעכין אלזו בי...  אל הספר
מינרוה