335 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז אן צווייא שטרוס רוביר דיא שפרכין איינר צו דען אנדרן רכבס קום מיר וועלין גין אונ' וועלין לייט מורדין : מעשה גישאך אן צווייא שטרוסין ראביר דיא שפראכן צו אננדר קום מיר וועלין גין אויף דיא וועק שייד אונ' וועלין אידרמן מורדן דער אונש וועריט ביגעגנן דא מיט דאש מיך אך גרש ממון קענין ביקומן אלזו גינגן זייא בייד אונ' מכטין צוואו גרובן אונ' מורטן אליז וואש זיא קונן אן טרעבין אונ' וואירפן זיא אין דיא גרוב דאש טריבן זיא גר לנג אן איין מול ביגב עש זיך דש איין שר דורך דען וואלד וואנדירט מיט פיל רכובים דא שפראך אייניר צום אנדירן מיך גידענקט וואל דאש דא איין שינר גיבאנדיר וועג דא גיוועזין איז אונ' איצונדר איז ער זא פאר ווישט אלזו פאנדין זיא צווין זיצין אין אייניר גרובן אלזו נאמן זיא דיא צווין מיט אונט האטין פיל ממון בייא אינן דאש נמין זיא אליש מיט אונ' וואר זיא מענה זא ווארין זיא מודה וויא זיא פיל רציחת גיטון אלזו ברוכט זיא דער שר אך אום מיט איינים שענטליכן טוט אונ' דרויף זגט דער פסוק מיין זון ווען זיא ווערין איבר רידן דיך דיא זינדגר ניט דוא זולשט וועלין מיט אינן...
אל הספר