317 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז אונ' ווער ניט גוועזן רבי מאיר דש ער העט דען יהודא מזחיר גיוועזט זא ווער רבי יודא מיט זיינים ווייב אונ' קינדר אום דאש חיות קומן דער האלבין פיגס זיך עבין דז ער פריא אויז דעם בית המדרש גינג דר ווארדן דש רבי יהודא אונ' זיין ווייב אונ' קינד' בשעמריט זאל ווערדן דאר נאך גאב רבי יהודא גרושי צדקה ווארום זאל איטליכר בייא שפיל נעמין פון דעם מעשה אונ' זאל צדקה געבין דען צדקה דער לישט אן פון דעם טוט גלייך וויא אין דעם מעשה שטוט : וויא איין חסיד האט קיין קינדר ניט אונ' באט הקב"ה דאש ריחס ער אים זעלט קינדר בישערן : גישאך אן איינם חסיד דער האט קיין קינדיר אונ' וואר גאר אלט . דוך באט ער הקב"ה דש ער אים איין קינד בישערן אין זיינר עלטיר זא וועלט ער אין תורה לוזין לערנן אלזו הערט אין הקב"ה אונט בישערט אים איין זון דען היש ער שאול דען שאול איז טיישט אן היישינג אליז דא ער גרוש וואר ליש ער אין תורה לערנן אונ' ווארט אן הער אין דער תורה דאר נאך שטורב דער אלט פאטיר זא שפראך דיא מוטר ווידר אין מיין זון פאלג מיר דש געלט דז דיר דיין פאטיר האט גילושן גיא הין אונ' קאף סחורה דש ...
אל הספר