301 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דער נאך באט דער רבי אמנן מן זאלט אין מיט דען בעט אזו אין דיא שול טראגן נעבן דען חזן אונ' דש זעלביג מאל איז גלייך אן ר"ה גיוועזן אונ' וויא דער חזן אן דער קדושה הילט דא שפראך דער צדיק ווידר דען חזן הלט שטיל איך וויל מקדש השם זיין איא איך שטערבן ווער אונ' הוב אן אונ' זאגט ובכן לך תעלה קדושה דאש מיר נאך אם ר"ה אונ' יום כיפור זאגן אונ' דער נאך זאגט ער ונתנה תוקף קדושת היום . אונ' וויא ערש נון אליר אוישר האט דא פאר שוואנט ער בון דען לייטן אונ' קיין מענש זאך אין ניט מין דען הקב"ה האט אין איין וועק גינומן בייא אנדרן פרומן צדיקים אין דען גן עדן אונ' וויא עש אן דריטן טאג דער נאך קאם . דא קאם ער בייא נכט אין חלם צו זיינם רבי קלונמוס בן רבינו משולם אונ' בוט אין דאש ער זאלט דען ונתנה תוקף דאש ער גימכט האט ער זאלשט אין אלין אורטן איין וועק שיקן ווא ישראל זיצן . אלזו טעט ערש אז מיר נאך אין אלין ארטן זאגין אן ר"ה אונ' יום כיפור דען ונתנה תוקף בון זיינן וועגן הקב"ה לוש אונש דאש פרומן צדיק זכות אך לאשין גניסן לאזין : וויא איין מענש האט גאט גאר פאר לייקנט לסוף האט ע...
אל הספר