295 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז אונ' אלש בלד דאש דער מלך זיך גיוואשין האט . דא נאם דער רבי דאש גילדן בעקין אונ' טראנק דאש וואשיר אויז דאש דער מלך האט זיין הענט דריבר גיוועשין בור דען מלך אונ' בור דיא שרים אונ' פריצים . אונ' דער רבי זאגט בור אלין שרים דאש טאר איך וואל טרינקין דאש איז מיר מותר אביר דער בעכיר מיט וויין דרף איך ניט טרינקין דען דיא תורה האט מירש פאר באטין . נון דער מלך שוויג שטיל דער צו אונ' האט אין פיל ליבור נאך אלש בור דיא ווייל ער זיין הענט וואשר האט ניט פאר שמעט : וויא רבי אמנון וואר גאר וואל גיהלטן בייא דעם הגמן צו ריגס מענץ לסוף וואלט דער הגמן האבן וויא ער זלט זיך שמדן ח"ו : מעשה גישאך אן איינם קוישליכן רבי דער היש רבי אמנון דער וואר גאר וואל גיהלטין אן דען הגמן הויב צו מענץ דען ער וואר איין קעשטליכר מאן אים לערנן אונ' ער וואר איין גרושר עשיר אונ' וואר אך איין מיוחס אונ' ער וואר איין בר שינליך מן ער וואר איין חכם ער האט אלין קוישליכן מעלת אן אים דאש איין יוד זולט אן זיך האבן מיט אלי זכין אונ' דער הלבן וואר ער וואל גיהלטן בייא אלי שרים אונ' גרובן אונ' פירשטן אונ...
אל הספר