281 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דא לאג דיא גוט קויא דא אויף דען פעלד אונט דער גוי שלוג זיא אונ' זיא וואלט ניט אויף איין שטין דא גינג דער חסיד צו דער קויא אונ' שפראך צו איר קויא דא דוא בישט בייא מיר גיוועזן דא בישטו גיבאטן גיוועזן דש דוא אן שבת רואן זאלשט דען אונזר ליבר הער גוט האט עש אך גיבאטן אביר דער ווייל דוא נימן בייא מיר בישט אונט בישט בייא דעם גוי בישטו נימן גיבאטן אויף דען שבת צו רואן דען דער גוי האלט דען שבת ניט דער הלבן גיא אונט אקיר פור דיך דא מיט איך דאך פרידן מעכט האבן פון דעם גוי . וויא נון דיא קויא דש הורט אזו שטונט זיא ווידר אויף אונ' אקירט ווידר . אונ' וויא נון דז דער גוי זאך דא פאר וואנדרט ער זיך גאר זער אונ' פראגט דען יודן ווייש ער דאך דער קויא האט איין גרומנט דא מיט דז ערש איין אנדר מאל קאן אך איין לוישפרן ווען זיא ניט אקירן וויל . דא זאגט ער אים ווייש ער איר האט איין גרומנט וויא נון דש דער גוי הורט דא הוב ער אן צו וויינן אונ' שפראך זיך דאש פיך וויל הלטן דען שבת וויא הקב"ה גיבאטן האט ווייש זאל דען איין מענש טון אונ' גינג דרויף הין אונ' וואר זיך מגייר מיט זיינן...
אל הספר