279 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא איין חסיד העט קויא אונ' דער נירט זיך דער פון דיא ריס גאנץ וואך ארבט ער מיט זיא אונ' אן שבת רואט ער מיט איר לסוף פר קויפט ער זיא איין גוי דא וואלט זיא אן שבת אך ניט ארבטן : מעשה גישאך אן איינן חסיד דער האט קויא דא דער נערט ער זיך פון זיא אונ' דיא גנץ וואך אקירט ער מיט זיא אונ' אן שבת רואט ער מיט זיא וויא אך הקב"ה גיבאטן האט אן שבת זאלשטו רואן דוא אונ' דיין קנעכט אונ' דיין מייד אונט דיין פיך . נון ביגאב עש זיך דש דער חסיד גאר ארים ווארט דש ער דיא קויא פור קויפין מושט איינם גוי אונ' פור קויפט זיא בור אלין מאנגיל דעם גוי נון דער גוי דער אקירט מיט איר דיא גנץ וואך דש זיא קיין מנגיל אן איר האט וויא עש אביר שבת וואר דא פירט דער גוי דיא קויא אויף דעם פעלד אונ' וואלט מיט איר אקירן דא פיל דיא קויא איין נידר אונ' וואלט ניט אקרין דען זיא וואר עש בייא דען יודן גיוואנט דש זיא אן שבת ניט אקירט אונ' רואט אן שבת . דר גוי שלוג זיא גאר הרט דאך וואלט דיא קויא ניט אקירן אונ' פיל נידר צום ערדן אונ' וואלט אך ניט ווידר אויף שטין . וויא דאש דער גוי דש זאך דאש דיא קוי...
אל הספר