רט. מעשה במלך שהיה לו בן יחיד, והוא לא נתן לו ללמוד תרבות

261 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז נאך איין פרויא דיא דא גילושט אן יום כיפור צו עשן : רחס מעשה גישאך אין טעגין רבי חנינה דא וואר אך איין פרויא דיא דא גילושט אן הייליגן יום כיפור צו עשין דא גינגאן דיא לייט צו רבי חנינה אונ' פראגטן אין אוב מן זאלט איר צו עשן געבן אדיר ניט דא זאגט ער אך מן זאלט איר אין איין אור זאגין היימליך וויא הייט יום כיפור ווער אונ' זאליט זעהן אונ' זיא דראן גינוגין האט אלזו טעטין זיא דיא לייט וויא זיא נון רבי חנינה גיהיישן האט אונ' זאגטן איר אין איין אור עש איז הייט יום כיפור מן דרף ניט עשן הייט דא וואלט זיא קיין גינוגן דראן האבן אונ' וואלט דאך מיט גיוואליט עשין דא לייאט רבי חנינה דען פסוק אויף דיא פרויא זרו רשעים מרחם דאש איז טייטש זיא אנט פרעמדן זיך דיא בויז וויכטר בון דעם בויך . דא זיא נון גילאג גיוואן זיא איין זון דער היש שבתי אוצר פירי דער וואר גאר איין גרושר רשע : וויא איין מלך האט איין אייציגר זון אונ' האט אין ניט רטס תרבת לאזין לערן : גישאך אן איינם מלך דער האט איין אייציגר זון אונ' דער מלך האט זיין זון ניט אויש גישיקט דז ער תרבת העט קענין לערנן ווי אנדרן...  אל הספר
מינרוה