רו. מעשה במלך שהייתה לו בת יחידה, שמצאו אותה בשדה מתה ואמרו, שיהודים עשו זאת

257 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא איין מלך האט איין איינציגה טאכטיר אונ' מאן פינט רוס זיא אויף דעם פעלט טוט אונ' זאגט יהודים האבין עש גיטאן : מעשה גישאך אן איינם מלך דער האט איין איינציגן טוכטיר אונ' איין מאל ביגאב עש זיך דאש מן דיא טוכטיר האט טוט טון פינדן ליגן אויף דעם פעלד אונ' דער מלך ווארף איין שקר עלילה דען יהודים צו זיא העטין עש גיטאן אונ' דער מלך וואר איין גרושר רשע אונ' ער פרייאט זיך דרויף וויא ער וועלט יהודים ווידר ממית זיין וויא וואל אז ער יהודים שקר טעט אונ' מאכטין מיט זיין אונטיר טעניגר זיא זאלטין יהודים אל טיטן אזו פיל אז אין דער שטט ווערין . דא ווארין עש יהודים גיוואר וויא איין זוילכי גיזירה פאר הנדן וואר . אונ' גינגאן כל ישראל צו איין זמן אונ' בריטן זיך מיט אננדר דא וואר גאר קיין נחמה . דא ווארדן צווין ברידר אונטיר אינן דיא ווארין גאר פרומן לייט מיט נאמן לוליאנוס אונ' דער אנדר פפוס אונ' זיא שוויגן שטיל אונ' גינגאן איין וועק אונ' בריטן זיך מיט אננדר זיא וואלטין זאגין זיא האטין עש גיטאן דען פילייכט ווערדן דיא אנדרין דורך זיא בישירמט דען זיא ווערן אל מול אום איר ...  אל הספר
מינרוה