רה. מעשה באחד שנסע והשאיר את אשתו אצל אחיו, שלא רצה להתנהג אתה בהגינות

255 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דען הקב"ה איז ניט וויא איין מענש דער דא שקר זאגט דען ער האט זעלברט גירעט ווידר משה רבינו ניט דו זאלשט גין רכילת טרייבן אונטיר דעם פאליק אונט נאך מין עש שטיט גישריבן ניט דוא זאלשט שטין בייא בלוט דיינש גיזעלן דען רכילת ברענגט רציחה אונ' איר בויזוויכטר איך בין דיא זעלביג פרויא דא איר רכילת איביר זיא האט גיטריבן אונ' פאלש עדות האט איבר מיך גיזאגט אונ' איר האט גימאכט דאש איך בין בור שטיינט גיווארדן צו און רעכטן אביר הקב"ה גלובט זיין נאמן האט מיך בישירמט מיט זיינר גרושי ברמהרציקייט דען הקב"ה דער ווייש אלי מענשין הערצין אונ' היימליך קייט אונ' אלי בור בורקנס קומן צו לעטשטן אן דען טאג . אונ' איר רשעים מושט אלזו גישלאגן זיין מיט צרעת ביז אין אייער ענט אונ' מושט אייער זינט טראגין אויף יענור וועלט . וויא נון דער מאן זעלכי ריד בון דער פרויאן הורט דא לובט ער גוט דש ער אים זיין ווייב ווידר בישערט האט . אונ' זאגט איך האב ניט וועלין גלויבן זעלכי זאכין בון דיר וויא וואל דאש איך עש האב מויזן גלויבן דיא ווייל דיא פאלשין עדים דא זיין גיוועזין אלזו ווארדן זיא דיא שקר ע...  אל הספר
מינרוה