235 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז פון איינם ביזן ווייב דיא וואלט איבר איר קוישט גין אונ' רדס וואלט געלט הולן אזו שריא איין שטים ארויש גיא איין וועק דאש ממון איז ניט דיין : מעשה גישאך אן איינם מאן דער דא זאש נוהנט בייא ירושלים דא ביגאב עש זיך איין מאל אויף איין צייט דאש איין גוי קאם אונ' בראכט איין משכון דא זאלט ער דרויף לייאן . דא שפראך ער ווידר זיינם ווייב זיא זעלט הינויף גין אין דיא קמיר אונ' זאלט איבר דען קישט גין אונ' זאלט געלט הולין . אלזו גין דיא גוט פרויא הנויף אונט וויא זיא דיא קישט אויף טעט אונ' וועלט דז געלט נעמן . דא רופט איין שטים אונ' שפראך לוש ליגן דש געליט אישט ניט דיין . דא דיא ורויא דז גישרייא הורט דא דר שראק זיא גאר זער אונ' גינג אלזו ווידר היראב אונט זאגשט דען מאן וויא עש איר גיגנגאן וואר ער זאלט זעלבירט הינויף גין אונ' מעכט דש געלט הולין . ער גינג זעלבר הינויף אונ' וואלט איבר דער קוישט גין אונ' וואלט געלט הולין דא קאם אביר איין שטים אונ' שפראך לוש ליגן דש געליט איז ניט דיין . דא דאש דער מאן הורט דא דער שראק ער גאר זער דאך צו לעטשט דער מאנט ער זיך ווידר אונ' שפר...
אל הספר