223 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא נון דער רבי מאיר זעלכיש בון דען רבי משה הורט דא באט ער אין מחילה דא וואר אין נון דער רבי משה אלש מוחיל אונ' ער צוג ווידר ארויש אונ' מכט דז מן אין פאר איין קעשליכן מאן הילט אלש אך נון גישאך אונ' זיין חבירים ווארן אל לוקה בגופה דיא אין האטין זעלכיש חושד גיוועזן דען מן פינדן גישריבן חושד בכשרים לוקה בגופו דאש אישט טייטש איינר דען איינן עפיש חושד איז אונ' ער האט עש ניט גיטאן דער ווערט גישלאגין אן זיינן אייגן לייב וויא דען אך גישאך דער הלבן זאל מן נימנט חושד זיין דא ווערט ער מיט פרידן לעבן : וויא רבי יוסי האט איין ביז ווייב ביטר אז דער טוט : רגס מעשה גישאך אן איינם קוישטליכן רבי דער היש רבי יוסי הגלילה דער האט גאר איין העפטיג ביז ווייב פיטרר אז דער טוט אונ' זיא פאר שמעהט אל צייט אירן מן פר לייטן דאש זיא אימדרן איר בוישהייט הערין ליש . איין מאל שפראכין דיא רבנים צו דען רבי יוסי ליבר רבי געט אייער ווייב גט דען וויא קאנט איר דאש ליידן דאש זיא אייך אימדרן פאר שעמנט אונ' גיבט אייך קיין גוט ווארט ניט זיא אישט דאך ניט ווערט דש זיא אייער ווייב זאל זיין . ...
אל הספר