201 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז אלש באלד זולכש דער מלך הורט דא קונט ער דען מלך אונ' שפראך שטיא אויף אונט פערכט דיך נישט דש דוא שון דאש גוט בון דיינן ברידר אונ' פון מיינן קנעכטן גינומן האשט דען עש אישט אלש דיין דען דיא חכמה דיא דוא בון מיר קויפט האשט דיא האט דיך בישערמט בור דעם טוט אונ' בון האנט דיינר פרויאן דער הלבן גיא היניין אים דיין הויז בשלום אונ' פרייא דיך מיט דיינם ווייב אונ' דארויף האט שלמה המלך גיזאגט קנה חכמה מהטוב מחרון ומפז דאש אישט טויש ווען איינר חכמה לערנט אישט בעשר אלום גים גולד דוך דיין סוד אנטפלעק ניט דיינם ווייב . פון איין פרום ווייב דיא פארכט זיך דער שר פון אירה שטט רס וואלט זיא נעמן אונ' צוג איין וועק אונ' גאב איר ממון אין איינן קרוג אונ' טוט אובן הינק דרויף אונ' גאב איין מאן אויף צו היבן : מעשה גישאך אין טאגן שאול המלך דא וואר איין מאן דער האט איין שוין ווייב אונ' זיא וואר איין גיוועלטגן עשירה אונ' דער מאן וואר נון דער אלט דאש זיין צייט קאם דאש ער וואלט שטערבן . אונ' דיא ווייל נון דז ווייב זוא גאר שוין וואר דא גאב דער שר בון דער מדינה זיין אויגן אויף זיא אונ...
אל הספר