191 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז אלש באלט מאכט זיא אירן מאן לעדיג אונ' צוג איין היימן נאך אירן פאטירש הויז וויא נון זעלכש דער פאטיר גיוואר ווארט דש זיין ליבה טאכטיר קאם מיט אירן מאן דא וואר ער גאר וריליך אונ' רישטט עשין אונ' גוט טרינקן . דא זאגט דער איידן מיין ליבר שווער איך קאן ניט עשין נאך טרינקן איך מוש אייך בור זאגין וויא עש אונש גיגנגאן איז אויף דעם וועג אלש באלד דער צילט ער וויא זיין ווייב גיהנדלט האט מיט דעם גזלון ווייש טעט דער גוטר פאטיר גינג הין אונ' וואר גלייך זיין טאכטיר מימית דרום האט שלמה המלך גיזאגט ואשה בכל אלה לא מצאתי דש איז טייטש אין זולכיש ווייב הוב איך נון גיבונדן : וויא דרייא ברידר צוגן אויש צו שלמה מלך אונ' וואלטן קצטס חכמת פון אים לערנן : מעשה גישאך אן דרייא ברידר דיא צוגן אויש לערנן צו שלמה המלך דא שפראך שלמה המלך בלייבט היא בייא מיר אונ' דינט מיר זא וויל איך אייך חכמה לערנן . אונ' שלמה המלך זעציט זיא דש זיא זיין קעמרלינג ווארן אלזו בליבן זיא בייא אים דרייא צעהין יאר . אונ' וויא נון דיא דרייא צעהן יאר אויש ווארן דא שפראך איינר צו דען אנדרן ווייש האבן מיר ג...
אל הספר