קצג. מעשה במלכות שאסרה פעם אחת למול כל ילד

161 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז אונ' איצונדר איז גלייך דיין צייט זעלין אויש זיין דש דוא האשט זעלין ווידר הייל ווערדן אביר ווייל דוא האשט דיך לאשן באר בירן בון דער עבודה זרה זא האט דיר הקב"ה אויף גיזעצט אל דיין טאג ליים צו בלייבן ביז אין דער ענד . דער הלבן לוש זיך קיינר בור וירן בון דער עבודה זרה אונ' זאל גלייבן אן הקב"ה גילובט זייא ער : וויא דאש מלכות האט איין מאל פר באטין מן זאל קיין קצגס קינט ניט יודשן : מעשה גישאך איין מאל האט דש ביז מלכות פאר באטין דש ישראל אירן קינדיר ניט זאלטין יודשן לאזן דא ווארד צום דעם זעלביגן מאל גיבארן אייי זון צו רבי שמעון בין גמליאל דז וואר דער זון דער ווארד גיהיישן רבינו הקדוש דא זאגט דער רבן שמעון בן גמליאל הקב"ה האט אונש דיא מילה גיגעבן דיא זאלין מיר הלטין אונט אישט איין גרושה מצוה דען אברהם אבינו דער האט זיין הייליגן נאמן מיט דער ערשט מול גיהייליגט אונ' דער מלך האט דאש פאר באטין דש מיר דאש גיבוט ניט זאלין הלטן . זאלין נון מיר דאש גיבוט נון ניט הלטן דש אונש הקב"ה זעלבש גיבוטן האט . אונ' זאלין דז גיבוט פון דעם רשע מלך הלטין עש איז בעשיר דאש מיר הל...  אל הספר
מינרוה