קצב. מעשה ביהודי שנתן להוליכו שולל בכוחה של עבודה זרה

159 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז אלזו טעט אך דער חסיד אונ' גאב דש געלט אלש דען בוים ווידר אונ' ביגרוב עש אונטר זיין בוים אונטר דער ערד . אונ' אקירט זיין בוים ווידר אום אונט זעהט זיין פעלד ווידר דא וואקש אין דאש יאר הונדרט אכטיל קארן . דא בישערט אים השי" דאך גוט גינוגן דש ער דאך רייך ווארד דאך האט ער זיך פאר זינט דש אים זיין קינדר ווארן גישטורבן דער הלבן איר ליבן לייט לוט אייך פאר דיא עבודה זרה ניט פאר וירן . ווען זיא אים וויל שון דען בייטל וואל שמירן . דען זיא טוט עש דרום דאש זיא איינן מאכט בון דער וועלט פאר לירן . דען השי" קיין עש איינם דוך וואל שיקין . דאש עש אים דוך טוט וואל ביגליקין . ווען ער זיך טוט הרט דער נאך שיקין : וויא זיך איין יוד ליש פר פירן פון דיא עבודה זרה : קצבס מעשה גישאך אן איינם יוד דער ליש זיך אך פאר פירן פון דער עבודה זרה דען דער יוד וואר גאר לאם דש ער ניט גין קאן . איין מאל זאגטן אין וויא דארט אין יעניר שטט גינג איינר אום אונ' שמירט דיא לאמין דש זיא ווידר גלייך ווארן . אונ' דיא בלינדן דאש זיא ווידר זעהן קאנטין אונ' אל דיא קראנקין ווידר גיזונט מאכטין אונ' זאג...  אל הספר
מינרוה