קצא. מעשה בחסיד שהיה לו שדה אחד, ועמד שם עץ יפה, והגויים עשו בו עבודה זרה

155 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא איין חסיד האט איין אקיר אונ' האט איין שינן בוים קצאס דרויף שטין אונ' דיא גוים מכטן איין עבודה זרה דרויש : מעשה עש וואר איין חסיד דער האט איין שינן אקיר אונט אויף דען אקיר דא האט ער איין שינן בוים דא האטן דיא גוים איין עבודה זרה אויש דעם בוים גימאכט אונ' אפירטן דען בוים פיל געלט אונ' וואש דער חסיד זעהט דא ווארן דיא גוים אים מכלה איין מאל זאגט ער ווידר זיינן ווייב וויא קומט עש דאש אונש דער אקיר אזו זער שאדן ווערט אונ' מיר ווארטן אים אזו גאר וואל מיט מישט . איין מאל ביגאב עש זיך דש דער חסיד שפאצירן גינג אויף זיין פעלט דא זאך ער וויא דיא גוים בייא דעם בוים שפילטן אונ' טנציטין דא גידוכט ער איצונדר זיך איך וואל ווארום מיין אקיר אלזו שאדן ווערט אונ' גיט איין היים אונ' הולט איין האק אונ' וואלט דעם בוים אום האקן . אונ' זאגט עש זיינן ווייב . דא זאגט צו אים זיין ווייב מיין ליבר מאן ווייל דוא עש יוא גיזעהן האשט אזו האק אים יוא אב דא מיט דש מיר ניט אונזר קארין בור לירן . דא נאם דער חסיד איין האק אונט גיט צום בוים אונ' וואלט אין אב האקין . דא שפראך דער בוי...  אל הספר
מינרוה