149 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז אלזו מכט דער אפיפיור איין ספר ווידר דיא אמונה אונ' שלוס עש איין אין איין גיוועלב אונ' מכט וועלכיר אפיפיור זעלט ווערדן דער מושט בור דרינן לייאנן עש איז נון פיל דער פון צו שרייבן ווייש דרינן שטיט אין דען זעלביגן ספר אונ' ניט דער לנג דער נאך הוב ער זיך אויף מיט גרושן ממון אונ' צוג קען מענץ אונ' וואר ווידר אויש גיקומן אונ' צו רום האט מן ניט גיווישט ווא ער איז הין גיקומן . אונ' אויף דאש מעשה האט רבי שמעון הגדון גימכט אין אנדרן טאג אים יוצר פון ראש השנה אל חנן בני נחלתו בטעם להשפר דער הלבן זולט איר ניט מיינן זייא שלעכט איין מער זונדר עש אישט גיוויש גישעהן וויא עש דא שטיט . איין טייל זאגין דער רבי שמעון הגדול האט דען זון גיקענט אים שוך צוביל דען ער הוב אין איין צוק גילערנט דא ער נאך קליין אישט גיוועזן אונטר יהודים דא האט ער דען זעלביגן צוק גיטאן דא האט ער גימערקט דז עש זיין זון אישט גיוועזין הקב"ה זול אונש אונזרי עבירות פאר געבן דורך רבי שמעון הגדולש זכות אמן סלה . סליק סליק וויא איין מאן שפאטיט אלי צייט ווען איינר צדקה גיבט : קצס מעשה גישאך עש וואר איין...
אל הספר