129 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז אונ' דא רבי עקיבה זעלכי ווארט הירט גיפיל עש אים גאר וואל אונ' לובט דער מאן גאר זער אונ' בענשט אין אונ' שפראך דוא טושט ניט וויא דאש דור פלעגט צו טון דען ווען איינר איצונדר געלט האט ברימט ער זיך גאר זער אונ' ברנגט דער מיט אונ' דרום קומט בע"וה אופטר מול דאש אים דער ענשר ניט בלייבט . דער הלבן ליבן לייט זעכט דאש מעשה ווייש עש ביטייט . האט איינר שון פיל געלט טוא ערש בזייט . אונ' הלט זיך ניט הוך גיגן דיא לייט . וויא דיזר מאן האט אך גיטאן . האט זיך גאר שאפיל גיהלטין אונ' אישט עשיר גינוגן גיוועזן אונ' האט דאך אין זיינן הויז פיל גוץ גיטאן ארמן לייטן : וויא איין גרושר עשיר צוג איבר ים אונ' האט גרוש ממון קפחס בייא זיך אונ' ער שטורב בייא איינם ב"ה אונ' ער ביפול דאש ער דש ממון נימנט זעליט געבין נייארט ווען איינר קעם מיט דרייא חכמות : מעשה אישט גישעהן בור צייטן אן איינן עשיר דער וואר איין סוחר אונ' ווארט צו ירושלים דער צוג אויש ירושלים איבר ים מיט סחורה דען זיין הנדל וואר אלש איביר ים אונ' נאם גרוש ממון מיט זיך אלזו קאם ער אין איינש בעל הבית הויז אונ' לאג איביר ...
אל הספר