125 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דא זאגט דער מלך דיא פורדר נכט האב איך ניט קענן שלופין אונ' דא בין איך אויף גישטנדן בון מיינם בעט אונ' האב צום פענשטר הנויש גילוגט אונט דיא לבנה האט זער העל גישינן דש מן וואל האט קענן זעהן אויף דער גאס דא האב איך גיזעהן וויא צווייא מאנן זיין גיגנגאן אונ' האבן איין פיגר מאן גיטראגן אויף אירן אכתיל דא הוב איך פלוקש מיין צווייא קנעכט נאך גישיקט זיא זאלין דאך זעהן ווא זיא דען טוטין מאן הין טראגין . דא האבן זיא גיזעהן וויא זיא דען טוטין מאן אין איינן יהודא הויז האבן גיווארפין אונ' איצונדר גיאן זיא הין אונ' זיינן מעליל אויף יהודים וויא זיא איינן גוי האבן מימית גיוועזן אונ' טעטין גערן ח"ו איין נקמה אן יהודים . ווען איך העט נון גישלאפין אונ' העט דאש ניט זעלברט גיזעהן העט איך יוא און שולדיג בלוט פר גאסין אונ' העט יהודים אל מימית גיוועזן דרום האט הקב"ה דער היטיר פון ישראל מיך ניט שלאפין גילאזן דא מיט דאש איך דאש מעשה זעלברט זאל זעהן אונ' דער האלבן זאל אייך נישט גישעהן אונ' דער מלך גינג הין אונ' טעט איין נקמה אן דיא רוצחים דיא דען טוטין האטן גיטראגן אונט יהוד...
אל הספר