123 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דא דער שראק דער שר גאר זער אונט ביקענט דאש אים רש"י רעכיט האט נביאות גיזאגט דאש ער פיט מיט פיר פערדן ווידר קאם אין דש מקום . אונ' דער שר וואלט צו רש"י גין אי ער אין זיינן הויז גינג אונ' וואלט זיך נייגן אונ' בוקין גיגן אים אונ' וואלט אים אום זיין נביאות דנקין . וויא ער נון פור רש"י הויז קאם דא וואר רש"י בע"וה שון גישטארבן . וויא נון דאש דער שר אורט דאש רשי גישטארבן וואר טרויארט ער גאר זער אויף רש"י וויא נון וואל ביליך וואר אבילות אויף איין זעלכין מאן צו טרייבן אונזר הער . גוט זאל אונש זיין זכות גיניסן לאזן עם כל ישראל אמן : וויא צו קונשטנופיל שפראכן דיא תוגרמיים יהודים העטן קפוס איינן מימית גיוועזן אונ' וואלטין ח"ו איין גזרה מכן : מעשה אישט גישעהן צו קונשטנופיל דא שפראכן דיא תוגרמיים יהודים העטן איינן מימית גיוועזן אונט וואלטן ח"ו איין גזרה מאכן וויא נון בע"וה מין אלש פיל מאל גישעהן אישט דאש מן יהודים האט עלילות שקר צו גיווארפין אונ' האט זיא אל ממית גיוועזן . דא שיקט דער מלך צו יהודים . אונט וויא זיא קאמין דא שפראך דער מלך ווידר דיא יהודים ליבר זאג...
אל הספר