117 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז ביט איין איטליכר איין ביט פון הקב"ה דא ווערט עש איינם גיווערט ווערדן דא באטין זיא אלי דרייא דאר איין באט הקב"ה אום היפשן קינדר דער אנדיר באט הקב"ה אום רייכטום אונ' דער חסיד באט הקב"ה ער זאלט קינדר איבר קומן דען ער האט נאך קיין קינט ניט גיהט דיא זאלטן וואל לערנן אין דער תורה דא ווארד דיא דרייא איר ביט גיווערט אונ' דא דער חסיד איין היימן קאם דא ווארד זיין ווייב טראגין עבן אונ' גיוואן רבי אברהם דער נאך גיוואן זיא רבי יודא חסיד גוט לוש אונש זיין זכות אך גיניסן אמן סלה : ביז אל היא גיאן דיא מעשים רבי יודא וויא איין שר אין צרפת שיקט נאך רש"י אונ' ער וואלט ניט קפהס צו אים קומן : מעשה אישט גישעהן אין טאגין רש"י דער אישט גיזעשין אין צרפות אין זיין צייטן דא וואר איין שר דער היש גוטיפרידו אין ליזן . דער וואר גאר איין שטרקיר מאן אונ' איין איש מלחמה איין אכזר איין איש משחית דער זעלביג שר האט נון הערן זאגן דיא חכמת פון רש"י דען דיא גוים היטן אין אזו וואל בור איין חכם אלש יהודים דען דער גנץ עולם זא ווייט אז מן אין קונט דא ווארין אין גוים אונ' יהודים ציית אונ' וו...
אל הספר