קפד. מעשה ברבי שמואל חסיד שהלך בשדה וראה את השמים פתוחים

115 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דא שפראך רבי יודא חסיד נאך איין מאל צו אים ווארם ער אלזו פריליך ווער . דא שפראך דער חסיד בון שפייאר דרום בין איך אלזו פריליך ווייל איך דיך האב אזו פריליך גיזעהן דש זעלביג האט מיך אזו דער פרייד אין מיינם הערצין . דא שפראך רבי יודא חסיד איך וויל דיר זאגן וועשט האלבן איך בין אלזו פריליך גיוועשט דער ווייל מיר האבן דער סדר גיטאן דא אישט אליהו הנביא בייא אונש גיוועזן . דא שפראך דער חסיד בון שפייאר אוויא צו מיר דש איך בין ניט ווירדיג צו זעהן אך אליהו הנביא . דא שפראך רבי יודא חסיד ניין איך זאג וואל צו דיר . דען ער אישט ניהנטר בייא דיר גיזעשן אלש בייא מיר . דוך וואר דער חסיד בון שפייאר און מוטיג ביז רבי יודא חסיד צו אים זאגט דוא בישט זיכר דש דוא איין בן עולם הבא בישט אונ' דוא דרפשט אך ניט חיבוט הקבר צו ליידן נוך דיינם טוט אך שפראך דער חסיד נאך מין עש זיין דרייא מאנן אין דיזר וועלט דיא זיין דיא בעשטן אין דיזר וועלט אונ' דוא בישט איינן בון אינן הקב"ה לוש אונש איר אליר זכות גיניסן . אונ' זיא לערנטן בייא איין ננדר לנגי צייט הקב"ה לאש אונש אירי זכות אך גיניסן ...  אל הספר
מינרוה