קפב. מעשה בילד שנולד בימי רבי יודא (יהודה) ולא ידע לדבר במשך שנים רבות, ורבי יודא )יהודה( גרם לו לדבר

111 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא איין קינט איז גיבארן גיוואר אין רבי יודא צייטן אונ' קפבס עש קונט ניט רידן אין פיל יארן אונ' ער מאכט עש רידן : מעשה אישט גישעהן אין רבי יודא חסיד צייטן דא וואר איין קינד גיבארין דאש קונט ניט רידן אונ' וואר נון גאר גרוש דאש עש קיין ווארט ניט קאנט רידן . דא האט זיין מוטיר פיל הערן זאגן פון רבי יודא חסיד אונ' גינג אך צו אים אונ' קלאגט אים וויא זיא איין קינד העט אונ' איז נון גרוש אונ' קאן נאך קיין ווארד ניט רידן ווייש זיא דאך דער צו טון זאלט . דא שפראך דער חסיד גיא אונט טראג דען קנאבן גלייך אלז וועלשטו אין טראגן גען לאנטש הוט היישט איין קליין מקום בייא רעגנשבורג אונ' ווען דוא קומשט בייא איינם דארף דאש היישט גומלה דא פראג דען ערשטן דר דיר ווירט ביגעגינן ליבר איך האב איין קינד דאש קאן ניט רידן ווייש זאל איך אים טון דז ער ווערד קענן רידן . אונ' ווייש דיך דער זעלביג ווערט היישן טון דש טוא דוא דיא פרויא טעט וויא זיא דער חסיד היש אונט וויא זיא אן דש דארף קאם דא ביגעגנט איר איין גוי דא פראגט זיא דען זעלביגן גוי ווייש זיא דען קינד טון זאלט דש ער רידן קענט...  אל הספר
מינרוה