קפא. מעשה כיצד הביאו לרגנסבורג תינוק לבית כנסת כדי להביאו בבריתו של אברהם אבינו, ורבי יודא (יהודה) לא רצה לומר ברוך הבא ולא רצה לקום

109 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא מן האט צו רעגנשבורג איין קינט גיבראכט אין דיא קפאס שולן צו יודשן אונ' רבי יודא וואלט ניט ברוך הבא זאגן אונ' וואלט אך ניט אויף שטין : מעשה גישאך אין רבי יהודא חסיד צייטן דא וואר איין קינד גיבארן אין זיינר שטאט צו רעגנשבורג . אונ' וויא מן דאש קינד אין דער שולן וואלט טראגין יודשן אזו שטונד כל הקהל אויף אלז נוא דער סדר אישט ווען מאן ברוך הבא שרייט מן שפריכט אליהו הנביא ז"ל דער קומט אל מאל מיט דעם קינד בון דעשט הלבן זעצט מן אך צווייא שטיל נעבן אננדר . דא שטונד דער חסיד ניט אויף גיגין דען קינד אונ' אידר מאן שריא ברוך הבא אונ' ער שוויג שטיל דען ער זאך ניט איליהו הנביא מיט קומן וויא נון דער סדר פפלעגט צו זיין אונ' דש נעמט נון אידרמן וואנדר . אונ' דיא לייט פרעגטן אין וועשט האבן ער אלזו שימפליך מיט דעם קינד גיטאן העט . דא זאגט דער חסיד דעש הלבן דש איך האב ניט גיזעהן אליהו זאל מיט דעם קינד קומן אך האט ער זיך ניט אויף זיין שטול גיזעצט דער אים צו ברייט אישט גיוועזן . דש קענט ער נון וואל גידענקין דז ניקש גוטש אויש דעם קינד ווערט ווערדן . אונ' ער זאגט ווידר...  אל הספר
מינרוה