קעז. מעשה בעשיר אחד שהביא את בנו אל רבי יודא (יהודה) חסיד, כדי שהוא ילמד אותו, והוא יעץ לו להביא אותו לאחר שנה, כי באותה שנה הוא ירצה להתנצר

85 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא איין עשיר בראכט זיין זון צו רבי יודא חסיד ער זאליט קעזס מיט אים לערנן אזו היש ער אים אין איין יאר ווידר ברענגאן ווארים ער ווערט זיך וועלין דאש יאר שמדן : מעשה גישאך עש ווז איין עשיר דר האט איין זון דען בראכט ער ר' יודא חסיד צו לערנן . אונ' ביט דען חסיד גאר זער ער זולט דאך וואל אכטונג אויף דען יונגאן הבן דא שפראך דער חסיד ווידר ווא אישט דיין זון . דא שפראך דער עשיר ער אישט היא דא שפראך דער חסיד גיא ברינג אין מיר הער איך וויל אין פאר זעהן דא בראכט דער עשיר דען קנאבן צום חסיד אונ' וויא דער חסיד דען קנאב אן זך דא שפראך ער צום עשיר ליבר חבר איך וויל דיין יונגאן ניט היא הבן אום וועניג אודר אום פיל . אונ' נעם אים ווידר מיט דיר היים אונ' ברענג אין ניט ווידר הער אין איינים גנצן יאר . אביר ווען דש יאר אויז אישט זא ברענג אין ווידר צו מיר הער זא וויל איך אין תורה לערנן אונ' וויל דש בעשט בייא אים טון דא שפראך דער עשיר ווידר דען חסיד ליבר רבי זגט מיר וועש הלבן איר מיין זון ניכט דז יאר וועלט היא בלייבן לושן . דא וואלט אים דער חסיד נישט זגן דא בט אין דער עשיר...  אל הספר
מינרוה