קעה. מעשה בהגמון אחד שנסע מזלצבורג לרגנסבורג ורצה להרוג את רבי יודא (יהודה) חסיד

73 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא איין העגמון איז גיצוגן פון זאלצבורג קען רעגנשבורג קעהס אונ' וואלט רבי יהודא חסיד אום ברענגאן : מעשה גישאך אין טאגן רבי יודא חסיד דא זאס איין העגמון צו זאלצבורג דער וואר איין גרושר רשע דער זאגט איין מאל ווידר זיינן יועצים איך האב גיהערט וויא צו רעגנשבורג איז איין קעשליכר יוד זול זיין אונט זאל פיל קענן אונט אישט גאר וואל גיהלטן אונטיר דיא יודן אונ' קרישטן דש קאן איך ניט וואל ליידן דאש איין יוד זאל אזו איין גרוש הערשפט האבן איך וויל מיך קען רעגנשבורג מכן און וויל מיך אונטר שטין דש איך אין וויל טיטן מיט מיינר אייגן האנט . אונ' וויל עש זינשט קיינן פאר גינן . אונ' דיא לייט הלטין אין פאר איין הייליגן יוד אונ' ווייש מן אין פרעגט דש בישייד ער זיא אלש אונ' ער זאל איין פראפיט זיין דער הלבין וויל עש זיך ניט שיקן דש איין זעלכיר יוד זאל לעבן בלייבן דש ער אין זעכיא גיוואלט זאל האבן . דער הלבן זייט גרישט איר ליבן דיניר ווען איך אייך ווער פודרן דש איר וואל גירישט זייט דען איך ווייש דען אנדרן יודן קיין גרעשר לייט אן צו טון דען דז איך אירן פראפיט אונ' ברענג אונט...  אל הספר
מינרוה