65 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דא זאגט דער דוכס צו דען אנדרן ערונים זיא זאלטין דאש אורטיל אויש שפרעכן איביר דיא גנובים אויף אירן גישווארן אייד דען זיא גילובט אונ' גישווארן העטן זיין שאדן צו ווענדן זיין נוץ צו ווערבן דען דיא דיב העטין אין דאש גיוועלב אויף גיבראכן אונ' דאש זיין דרויש גישטולין אונ' זיא העטן גימיינט דען יודן צו צייאן ווייל ער דען שליסיל העט צום גיוועלב גיהט . דא גינג דאש אורטיל מן זאל דיא דיב אל הענגאן אן גלגין דש גישאך גלייך אונ' דער רב וואר בשירמט פר דעם טוט אונ' דער פסוק ווערט אך בישטעטיגט אן אים צדיק מרעה נחלץ ויבא רשע תחתיו דש אישט טייטש דער צדיק בון דעם ביזן ער ווערט בישערמט אונ' דער רשע דער קומט אן זיין שטאט אלש דא אך גישאך : עש זאש איין גרושר חסיד צו מענץ אונ' טעט זיין זון צוואה קעדס דש ער ניט זאלט איבר דעש וואשר פארין דש דא היישט טונה : מעשה גישאך עש זאש איין גרושר חסיד צו מענץ דער זאל גיהיישן האבן רבי אמנון דער האט איין זון דער היש רבי אליעזר דא נון דער פאטיר שטורב דא טעט ער דען זון צואה ער זאלט אל זיין טאג ניט איבר דש וואשר בארן דש מן נענט דיא טונא . אונ'...
אל הספר