55 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דא פראגט זיין זון יודא פיל קשיא מין ווען דיא אנדרי בחורים אל פראגטן . דא פר וואנדרן זיך דיא בחורים גר זער אונ' שפראכן זיך דער האט אל זיין טאג ניט גילערנט אונ' פרעגט מין ווען מיר אל אונ' דא נון דיא הלכה אויש וואר דא זאגט רבי שמואל ווידר זיין זון יודא גיא אונ' ברענג מיר דיין פפייל אונ' בוגן דא דוא דער מיט האשט גישאסין . ער גינג בלד אונ' הולט זיין פפייל אונ' בוגן אונ' בראכט זיא אים זא נאם זיא רבי שמואל אונ' צו ברוך זיא פר דען בחורים . אונ' זאגט ליבור זון יודא דש אישט בור דיין אמנות גיוועזין מיט שיסן . אביר איצונדר זולשטו מיט דיא תורה דיין מלכה טרייבן . אלזו לערנט ער בארט אונ' וואר אויש אים דער הער רבי יודא חסיד דש איר איצונדר נאך וואנדר ווערט פון אים הערן . וויא צווייא מייארר ארבטן בייא איינן יודן צו רעגנשבורג קעבס אונ' שטיגן דער נאך איין אין זיין קמיר : מעשה גישאך צו רעגנשבורג דא ווארן צווייא מייארר דיא ארבטן בייא איינם יודן אין דען יודן גסין אונ' וויא זיא ארבטין דא זאכין זיא אין דיא יודן קמיר פיל זילביר אונ' גאלד ליגן זיא בריטטן זיך מיט אננדר זיא וו...
אל הספר