קע. מעשה בגזירה גדולה שהייתה בשפייאר, ורבי שמואל חסיד ואשתו ביטלו אותה

49 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז אונ' אלזו דער חסיד האט אויש גרעט מיט פיל ווארטן דא וואר דער רשע גנץ דער שטנדן דש ער נישט קונט רידן בור גרושן שרעקין . אונ' ער באט דען חסיד ער זאלט אים פר צייאן ער האט זיך ניט אלזו ווייט ביזונן אונ' ער זול גוט בון זיינן וועגן ביטן דש ערש אים פר צייט עש זאלט על זיין טאג בון אים נין מיר גישעהן אונ' ער וועלט אל זיין טאג ווידר אב דינן גיגן יודן עש ווער מיט ווארטן אביר מיט ווערקין דאש זאל ער נאך שפירן . דער חסיד ליש אים רידן אונט גאב אים קיין ענטווארט אונ' ליש אים ווידר בון אים אזו איין וועק גין . דעם דריטן טאג קאם דער רשע ווידר צום חסיד אונ' בוט אים פיל מער אלז ער בור מאל האט גיבעטן . אונ' ווארד אלי טאג בעשיר אונ' אלש ווייש ער האט גיהערט בייא דעם הגמון בון יודן דש ליגט ער אלש צו גוטן אויש . אונ' ער באט דעם חסיד אזו לנג אונ' אזו פיל דש דער חסיד שפראך נון דוא האשט איין גרושי עבירה דש דוא מיר אלזו איין גרושי שמוך הייט האשט אן גיטאן . אביר דיא ווייל איך זיך דש עש דיך האט טון אזו זער גרויאן דיא זך אונ' איך הער אך פון דיר וויא דוא ווילשט עש אך נימן טון אונ' ד...  אל הספר
מינרוה