45 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז צו מארגנש שטונד דער חסיד אין דער שול אונ' דרשט עש זאל נימנט פאר צווייבילן אן אים זעלבירט . אונ' זאל אך איינר ניט גידענקין איך האב פיל עבירות גיטון איך קאן זיא נימר בוישן איך וויל קיין תשובה טון ווייש בט מיך מיין תשובה טון דא זאל ער איין בייא שפיל נעמן אן דיא דרייאן דיא דא האבן פיל עבירות גיטון דען זיא ווערדן גרושן רשעים גיוועזן אונ' זיא ווערדן וואל ווערט דש זיא דיא בויזן טיר העטן זעלין עשין וויא מיר דער אלט מן אך גיזאגט האט נאך דענוך דא זיא אירי תשובה האבן גיטאן דיא איך אין אויף גיזעצט האב הבן זיא ווידר חלק עולם הבא ביקומן גלייך אלש ווען זיא ניט העטן גיזינט אונ' זען פיל ריינר דען אונזר חכמים האבן גיזאגט דא דיא מאנן הין קומן דיא דא תשובה טונן אויף יענור וועלט דא קאמן אפילו דיא רעכטן צדיקים ניט הין . אורזך הלבן איין רעכטיר צדיק דער אישט אל צייט פרום גיוועזן דער האט קיין בויזן גידנקין נוך בויזן ווערקן ניא גיהט . אביר דיא בויזן לייט זיין גיוועזן בויז אונ' דער נאך טואן זיא תשובה דיא זעלביגן זיין איר יצר הרע כופה דאש זיא דיא עבירה נימן טון דיא זיא בור גי...
אל הספר