39 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז אלזו גינגן ווידר דיא צווייא רבנים ווידר צו דעם עשיר אונ' זאגטן אין וויא דער חסיד גירעט האט דא האט דער פרנס גרוש חרוטה דרויף דאש ער אלזו גיטאן האט . אונט דער עשיר גינג זעלבש צו דען חסיד אונט באט אים גאר זער ער זאלט אים עש מוחל זיין אונ' גאב דען חסיד פיל געלט אלש נון ביליך וואר דער פסוק גיט איין ורומן מענשין קומט זיין שפייז בון בערן לאנט : וויא איין קינט וואר גיבארן אונ' שטונט אמת אויף זיינן קסזס שטירן : מעשה גישאך אין טאגן רבי יודא חסיד דא ווארד איין קינד גיבארן דעם שטונד אמת אן זיינר שטערן גיגראבן דער חסיד נאם דאש קינד אונט צוג דש קינד אויף ביז עש גרוש ווארד אונ' דא עש נון גרוש וואר . ווא ער הין גינג אזו נאם ער דאש קינד מיט אונ' צוג עש פיין אויף אונ' דער קנאב דינט אים גלייך וויא איין קנעכט דינט זיינם הערן אונט ער לערנט מיט אים אונט ער ווארד איין גרושר תלמיד חכם אין דער תורה אונ' ווארד גיהיישן רבי אמיתי דאש וואר דש דאש אמת ביטייט אן דער שטערן גיגראבן דש וואר איין גרוש אות דש דעם קינד איין ווארט וואר גישריבן גיוועזן אן דער שטערן גוט זאל אלי ביזן הערצ...
אל הספר