קסו. מעשה ברבי שמואל החסיד שבא לקלן על הריין, והיה שם מקבץ נדבות

37 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא רבי שמואל חסיד קאם קען קעלין אם ריין אונ' וואר קסוס דרינן מקבץ : מעשה גישאך אן רבי שמואל חסיד דער קאם אויף איין צייט קען קעלין אן ריין דש ער וואר מקבץ צו קעלין דאש ער ניט פיל זיין אייגן העט אונט באט דאש קהל בון קעלין דאש זיא אים זולטן איין שטייאר געבן דען עש גינג אים גאר גינא אונט האט איין גרוש שווער גיזינד איביר אים דא גינגן דאש קהל הין אונט שאפטין אין צווייא תלמידים חכמים דאש זיא אים זעלטין אום גין זאלטין אין דער קהילה אונט זולטן דיא רייכן לייט אן שפרעכן דאש זיא אים זאלטן איין הילף טון . אלזו הובטן זיא אים וואל זיבנציג גולדין אויף . אונט דיא צווייא רבנים קאמן אין איין גרושן עשיר הויז אונט באטין אין אך אום איין שטייאר דא נאם דער זעלביג עשיר איין פפענג אים צורן אונ' ווארף אין אויף דיא ערד אונט זאגט ווידר דיא צווייא תלמידים חכמים זיא זאלטין דען פפענג ווידר אויף היבן אונ' זולטן אין דען רבי שמואל חסיד געבן דען ער וואר איין קרגיר מאן אויף צדקה געבן אלזו פר דרויש דיא צווייא תלמידים חכמים גאר זער אויף אים אונט זיא לושטן דען פפענג ליגן אויף דיא ערד ....  אל הספר
מינרוה