17 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא רבי יודא חסיד וואלט זיין טאכטיר איין מאן געבן אונ' קסדס וואליט ניט ליידן דש זיא מיט חובת זעלט אום גין : מעשה גישאך דא רבי יודא חסיד וואלט זיינר טאכטיר איין מאן געבין דען ער וואלט נימן ליידן דש זיא מיט חובת אונ' משכנת אום זאלט גין אונ' טעט זיך דער מיט אין גרושן סכונה דא שפראך דר פאטיר ווידר דיא טאכטיר איך וויל דיר איין מאן געבן דא זאגט דיא טאכטיר ליבר פאטיר ווער זאל דען מיט דיא חובת אונ' משכנות הנדלן דא שפראך דער חסיד איך וויל דיר איין מאן געבן דער זאל עש טון . דא זאגט דיא טאכטיר ליבר פאטיר ווען דוא מיר יוא איין מאן ווילשט געבן אזו גיב דוא מיר יוא איין לערניר דען עש שטיט גישריבן דער זיין טאכטיר איין עם הארץ גיבט דש איז גלייך אלש ווען ער זיינה טאכטיר פור איין ליבן בענד . דיא טאכטיר וועלט פיל חכמת ברויכן אביר דער פאטיר וועלט זיך ניט דראן קערן . אונ' זיא טריב עש אזו לנג אן מיט אירן פאטיר ביז ער איבר זיא צוירנג וואר . אונ' שוואר דש זיא מושט איין מאן נעמן . דא שפראך דער חסיד ליבה טוכטיר איך האב גישווארן דש דוא מושט איין מאן נעמן . דא זאגט דיא טאכטיר...
אל הספר