קסג. מעשה ברבי שמואל חסיד שעשה אריה גדול בעזרת שם, כדי שהוא יביא לו את הקמח מטחנת הקמח

11 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז אלזו גינגאן זיא נון ווידר אין דער שטט אריין אונ' וויא עש נון אן דעם דריטן טאג קאם דא שפראכן דיא צווייא גלחים ווידר רבי שמואל נון וואל אויף אונ' לאש אונש אויף דז פעלט גין אזו ווערשטו זען ווי דיא זיל ווערט ווידר אין אונזרים גיזעלן לייב קומן . אלזו גינג דער חסיד מיט זיא אויף דז פעלט . נון האט דער חסיד גימכט ווען שון דיא זיל קעם דאש זיא ניט קאנט ווידר אין דען טוטן לייב גין . אונ' דא נון דיא צווייא גלחים זאכן דאש דער פגר ניט וואלט ווידר אויף שטין אונ' בליב דא ליגן וויא איין אנדר פגר דא טרוגן זיא איין גרושן יאמר אום אירן גיזעלן אונ' קלאגטן אין גר זער דא זאגט דער חסיד וועלט איר מיר ביקענן דז איך מין קאן אלש איר זא וויל איך מכן אז דיא זיל זאל ווידר קענן אין דעם לייב קומן אלש וויא פאר . דא פילין זיא אלי בייד אויף אירי פיש נידר אונ' באטין דעם חסיד דורך גאטש ווילן דש ער דאך זאלט מכן דז איר גיזעל זעלט ווידר לעבנדיג ווערדן זיא וואלטין אים גערן דער קענן דש ער איין גרושר מיינשטר ווער וועדר זיא . אלזו גישוואר דער חסיד דעם שד דאש ער דיא זיל מכט ווידר אין לייב גין ....  אל הספר
מינרוה