7 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז אונ' וויא ער אויף דאש לנט קאם דא גינג ער דען גישרייא נאך ביז ער דער צו קאם . דא זאך ער דארט איין ווילדן ליבן לאפין דער פלוך פאר איינם אנדרן טיר דש מן נענט איין פאנדיל דז ליף דעם ליבן נאך אונ' דער ליב פארכט זיך גאר זיר פאר דעם טיר דען עש שישט מיט איידיל פייאר אויש זיינם מונט דא מיט פאר ברענט עש דיא אנדרן טיר ווא עש זיא אן טראף אונ' דער ליב דער וואשט זיך נירגנש זיכיר דער הלבן פלוך ער אונ' שריא אלזו יעמרליך . אונ' דא נון דער חסיד דאש דער זאך דא לוף ער הין אונ' וואלט דען ליבן פון דען פנדיל בישרמן . דא לוף דער פנדיל הין וועק אונ' דער ליב ווארד בישרמט . אונ' דא נון דער ליב זאך דש אים זעלכיש גיהאלפין וואר פון דעם חסיד דא וואלט דער ליב ניט ווייכן פון דעם חסיד אונ' דער צייגט זיך גאר פריינטליך צו אים ביז צום לעטשטין קניאט דער ליב איין נידר אונ' ליש דער חסיד אויף אים רייטן . אלזו ריטט דער חסיד אויף דעם ליבן ביז ער ווידר צום שיף קאם דען דער שיף מאן האט זיינר גיווארט דא זאש ער ווידר אין דש שיף אונ' דער ליב דער שטונד אויף דען בורטין דש מער אונט זאך דעם חסיד נאך א...
אל הספר