5 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא נון דער חסיד האט אום גיווענט זאגט ער ווידר דען בחור געשטרט האט מיך דער רבי גיפראגט וויא איך הייש האב איך צו אים גיזאגט איך הייש שמואל פרמיט מאכיר דער הלבן האב איך מיך גינענט אזו נוך מיינר מלכה דען איך בין בקי אין כל התורה דיא דא אישט גישריבן אויף פרמיט . אונ' צוג אלזו פון אים איין וועק . וויא נון דער בחור ווידר איין היימן קאם דא זאגט ער דיא ריד ווידר דען רבי וויא דער גשט ווידר אים גיזאגט האט . דא שפראך דער רבי יעקב דז אישט גיוויש רבי שמואל חסיד גיוועזן . אונ' ווארום האט ער זיך ניט צו דער קענן געבן דאש איך אין קיין כבוד זאל אן טון אלש אין אמת נון וואר דש איך אים האב קיין כבוד אן גיטאן . דא זאגט דער רבי יעקב ווידר דען בחור קום מיר וועלין אים נאך איילין אוב מיר אין קענטן גרייכן אזו מוז ער ווידר מיט אונש אום קערן . אביר בייא לייב היט דיך אז דוא מיר האשט קיין שקר פיר גיזאגט . דא זאגט דער בחור ח"ו דז איך אייך זעלט שקר פיר זאגן . אלזו גינג ער פלוקש אונ' איילט אים נאך אונ' דער איילטן אים . אונ' דער רבי יעקב באט אים אזו גאר לנג דען רבי שמואל דז ער מישט ...
אל הספר