קס. קמעשה ברבי שמואל חסיד שאמר לגדול הדור רבי יעקב: שמי שמואל עושה הקלפים

3 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז אן איינם גדול דער היש רבי יעקב דער וואלט גערין רבי קסס שמואל זעהן דער נאך טריף זיך דאש דער רבי שמואל וואר גשט בייא אים : מעשה גישאך אן איינם גדול דער היש רבי יעקב דער האט נון זיין טאג גאר פיל הערן זאגן פון רבי שמואל חסיד דער וואר נון רבי יודא חסיד פאטיר . נון העט גערן דער רבי יעקב דען רבי שמואל חסיד גיזעהן . נון קאם עש גאר און גיפערליך דז דער רבי שמואל חסיד אויש צוג לערנן אונט קאם עבן אין דער שטאט דא דער רבי יעקב אינן גיוואנט העט אונ' צוג אין דאש רבי יעקב הויז צו הערבריג אונ' גאב זיך ניט צו דער קענן . דען ער פורכט זיך ער ווער זיינר תורה הלביר פיל גיניסן אונ' איינר דער זאל ניקש פון דער תורה גיניסן אונ' דער רבי יעקב דער רידד ניקש מיט אים ווייל ער בייא אים וואר דען ער הילט אים גאר פר איין שלעכטן מאן . צו לעטשט פראגט אין רבי יעקב ליביר וויא היישט איר . דא שפראך ער ווידר איך הייש שמואל דא שפראך ער ווידר האשטו קיין צו נאמן ניט דא שפראך ער ווידר איך הייש שמואל פרמיט מעכיר נוך מיינר מלכה דא גידאכט רבי יעקב ער אישט גיוויש איין ורמיט מעכיר אונ' טעט ניט געגן א...  אל הספר
מינרוה