קנט. מעשה בראש העיר רגנסבורג שהלך ברחוב, ואחריו רצה כבשה שצעקה: מה מה. פגש אותו רבי יודא חסיד והיה צריך לאמר לו, מדוע הכבשה צועקת מה מה

505 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז אונט אלש דער חסיד בע"וה שטערב אונ' מן וואלט אין צום טור הרויש טראגן אזו באלד וואר ערש דער רשע גיוואר אונ' הוב אן צו לייטן דא פיל דער טורן גאר אום אונ' דער שלוג דען טאר היטר . דאש מן דער חסיד ניט קעניט צו דען זעלביגן פורט ארויש טראגן אונ' אז דאש וואר אישט . גיט קען רעגנשבורג דא ווערט אירש זעהן אונ' הערן ווען ווארום דען זעלביגן טורן קאן מן נימר בויאן . מן האט אין פיל מאל נון ווידר אויף גיבויט אונ' אזו אפט אז מן אין נון גאר אויף גיבויט האט אזו פליט ער ווידר איין אונ' בלייבט ניט שטין : וויא צו רעגנשבורג גינג דער ראש ערן אויף דיא גס אונ' קנט . האט איין לעמיל נאך לויפן דאש שריא מעמע אזו ביגעגינט אין רבי יודא חסיד אונ' מושט אים זאגין ווש דז לעמיל אזו שריא מעמע : מעשה גישאך צו רעגנשבורג איין מאל גינג דער רבי יודא אויף דער גאס דא ביגעגנט אים גלייך דער ראש ערן פון רעגנשבורג דער האט איין קליין לעמיל נאך לאפין אונ' דז זעלביג לעמיל דש שריא אלש מע מע וויא נון דער סדר פון דיא קליינן לעמליך זיין אז זיא אזו שרייאן . דא פראגט דער ראש ערן דען רבי יודא חסיד ליביר רבי...  אל הספר
מינרוה