481 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא אין איין בחור איז איין ביזן רוח גיקומן : קנב . מעשה גישאך אן איינם בחור דעם אישט איין מאל איין ביזן רוח אין אים גיקומן דא האט מן דען רוח משביע גיוועזן דש ער זאלט זאגן וויא ער היש אביר זיין ווייב אונ' אלש אופט אז מן אים אן זיין ווייב דאכט אזו הוב ער אן צו שרייאן אונ' ער זאגט זיין ווייב דיא ווער איין עגונה דז מיינט דז זיא דרפט קיין מאן נעמן אום ווילן דז ער וואר פר זונקין אין ים אונ' דיא חכמים קענין איר ניט מתיר זיין דז זיא איין מאן דערפט נעמן . אונ' ער ביגערט פון דיא חכמים דז זיא אין זאלטין מתיר זיין דז זיא זעלט איין מאן נעמין אונט גאב אינן פיל סמנים דז ער איז אין ים פר זונקין אונ' זיא וואשטין עש ניט אין זיינן היימן . דא זאגטן דיא חכמים מיר קיינן עש ניט מתיר זיין . אונ' ער שריא דרום דז זיא וואר דיא ווייל איין זונה ווארדן ווייל מן איר האט ניט וועלין מתיר זיין איין מאן צו נעמן . דא פראגטן אין דיא חכמים ווארום ער קיין מנוחה העט ווייש ער פאר עבירות גיטון האט . דא זאגט ער ער ווער אשת איש גיווארדן . דא זאגטן דיא חכמים וויא דיא פרויא היש אז ער מיט איר...
אל הספר