467 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא איינר וואר גאר אב גיקומן פון זיין גוט אונ' דינט דער קמח . נאך דיא לייטן אום לון : ספר ילקט פרשת רות היביא זות המעשה מעשה גישאך אן איינם דר וואר אב גינידרט פון זיינם גוט אונ' וואר גאר ארים דז ער דיא לייטן דינן מושט אונ' אקרט דען לייטן אום לון נון אויף איינם טאג דא אקירט ער דא ביקאם אין אליהו הנביא אונ' שפראך ווידר דען ארמן דוא זאלשט האבן זיבן גודן יאר ווען ווילשטו זיא נון האבן . ווילשטו זיא איצונדר האבן אין דיין יונגן יארן אביר ווילשטו זיא האבן אויף דיין עלטיר . דא שפראך דער ארמן מאן דוא בישט איין מכשף איך האב ניקש דז איך דיר געבן קאן צו לון . דער דריט טאג קאם ער ווידר אונט זאגט צו אים וויא ער האט געשטרט גיזאגט האט . דא זאגט דער מן ווידר וויא ער נעכטין בשייד האט גיגעבן . ער מיינט ער טעט עש דרום דש ער וואלט געלט צו לון האבן . אם פירדן טאג קאם ער ווידר אונט זאגט צו אים הקב"ה האט גיהיישן עש זאל דיר וואל גין זיבן יאר דרום זאג ווען ווילשטו זיא האבן איזונדר אדר אויף דיין עלטיר . דא שפראך דער עני איך ביט דיך לאז מיך פור איין היים גין אונ' לאז מיך פור...
אל הספר