קמז. מעשה ברבי חנינא שנשא אשה אחת, שנתנה לו כסף רב

463 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא רבי חנינה נאם איין ווייב דיא גאב אין פיל געלט : קמז . מעשה גישאך רבי חנינה דער נאם איין ווייב דיא גאב אין פיל געלט אונ' פון זילבר אונט פון גאלד אונ' אבנים טובות אונ' אל צייט לערנט תורה אונ' אל זיין קנעכט אונ' מייד דיא הילטין איר גאר ערליך מיט עשין אונ' מיט טרינקין דש בעשט דש זיא קונטין פינדן אונ' דינטין אים אל צייט וואל וויא זיא קונטין . אונ' ווען ער גיגעשן אדר גיטרונקין האט . דא שפראך ער צום זיינם ווייב דוא דר פשט דיך ניט לאשין דונקין אלש איך העט דיר פון דעם דיינם העט גיגעשין אודר גיטרונקין אודר אש דוא מיר עשין גיגעבן האשט . נייארט הקב"ה גיבט עש מיר דרום דש מיר תורה לערנן . אונ' אום זכות ווילן אונזרים תלמידים . דש ווייב וואר צארניג איבר אין אביר זיא לושט זיך ניקש מערקין אביר דאך האבן דיא ווייבר לנגאן קליידר אן אונ' קורצין זין . אן איינם טאג שפראך דיא פרויא ווידר אירם קנעכט אונ' מייד ווייש זאל איך דאך מיט מיינם מאן טון ווען איך אים שון אלי צייט גיזאטניש אונ' גיבראטניש ברענג אזו הילפט עש דאך ניקש אונ' איך האב דאך קיין דנק פון אים אונט שפרעכט ה...  אל הספר
מינרוה