443 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא איין אלטיר מן האט איין שלנג גיפונדן אן ווינטר אויף קמד . דיא גסין דיא וואר שיר דער פרארין אונ' ער האט זיך איבר זיא מרחם גיוועזין אונ' טעט זיא אין זיין בויזן : מעשה גישאך אין טאגן דוד המלך ע"ה דא וואר זיין זון שלמה נאך גאר קליין דא גינג איין אלטיר מאן אם ווינטר אויף דער גאסין אונ' פאנד איין שלנג אויף דער גאסין ליגן דיא וואר שיר דער פרארין . אונ' דער אלט מאן גידאכט זיך אין זיין זין . עש שטיט דאך גישריבן מן זאל זיך איבר אל דינג גאטש דער ברמן . אונ' נאם דיא שלנג אונ' טעט זיא אין זיינם בוזים אונ' וואלט זיא ווארמן . אונ' וויא נון דיא שלנג צו זיך זעלבש קאם דא טעט זיא זיך אום דעם אלטן מנש לייב גרינגשרום אונ' דיא שלנג דרוקט אין אזו הערט דאש ער וואר שיר גישטורבן אונ' דער אלט מאן שפראך ווידר דער שלנג איי ווארום טושטו מיר אזו ביז אונ' ווילשט מיך טיטן אונ' איך האב דיר דאך גוטש גיטאן אונ' האב דיך דער ליזט פון טוט ווען איך העט ניט גיטאן אזו וועשטו דאך דער פרארין . דא שפראך דער אלט מאן ווידר דער שלנג איך וויל מיט דיר פאר רעכיט קומן אוב דוא מירש צו רעכטין דש ...
אל הספר