425 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא איינר האט זיין זון צוואה גיטאן ער זאלט קויפן וואש קמג . אים ביגעגנט צום ערשטן אויף דעם מרק : מעשה גישאך אן איינם דער זאש אין ארץ ישראל אונט ער וואר דער נעשט בייא דעם מלך אונ' וואר איין רייכר פרומר מן . אונ' ער וואשטט אל דינג וואש גישעהן זולט אונ' דא ער נון אלט ווארד דש ער נון שטערבן זאלט אונ' ער האט איין זון דער היש רבי חנינה דער קונט כל התורה אונ' ווען ער זאלט נון שטערבן דא שיקט ער נאך דען זון אונט טעט אין צוואה דאש ער זאלט תורה לערנן טאג אונט נכט אונ' הלט אך די מצות אונט זייא דיא עניים גיטרייא דען ער אונ' זיין מוטיר ווערן שטערבן אין אכט טאגן אונ' דיא שבעה ימים ווערן עבן אויש זיין אם ערב פסח אונ' ער זאל ניט זער אום זיא טרויארן . אונ' ווען ער פון די שבעה ימים אויף שטיט דא זאל ער אויף דעם מרק גין אונ' ווייש ער אם ערשטן פייל פינט דאש זאל ער קויפן . ווען מן עש וועלט שון טייאר געבן . ווער עש עפיש אז מן קענט אויף ציהן אזו זעלט ערש הלטין אונ' זעלטט עש אויף ציהן מיט גרושן ערן דען עש ווערט דיר דיין מיא גאר וואל ביצאלן . אביר ער וועלט אים ניט זאגן ווי...
אל הספר