413 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא רבי מאיר איז ווארדן אשת איש מיט איין קצוב ווייב : קמ . מעשה גישאך אן רבי מאיר דער וואנט צו בבל אונ' ער גינג אלי יאר אויף גען ירושלים אונ' אונטר וועגן וואר ער אל מול צו דער הרבריג בייא איין קצוף דער היש יודא דער האט איין פרום ווייב דיא טעט דען רבי מאיר גרוש ער אן ווער ער צו איר קאם דען ער וואר איין גרושר קעשליכר מאן וויא מיר אך וואל פון אין הערן אין דער גמרה מיט עשן אונ' טרינקן הילט זיא אים גאר וואל אונ' הילט אים איין אייגן בעט אונ' אלש וואש ער בידארפט . דא ביגאב עש זיך איין מאל דש דיא יודן שטורב אונ' דער קצוב דער נאם איין אנדיר ווייב אונ' ער ביפול איר ווען רבי מאיר וועט קומן אזו זאל זיא אין אך גרושר ער אן טון וויא זיין ערשט ווייב האט גיטאן אונ' וויא נון רבי מאיר ווידר צו אים קאם צו דעם קצובה דא גינג ער אין זיין הרבריג וויא זיין סדר וואר . דא זאך ער וויא איין אנדרן ווייב דרינן וואר דאש ער ניט קעניט . דא פרעגט רבי מאיר ווא איז דעש בעל הבית ווייב . דא ענטפרט זיא אים זיא איז לנג גישטארבן אונ' דער קצוב האט מיך גינומן צו איינם ווייב . אביר ער האט מ...
אל הספר