405 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז אלש אך דוד המלך אין זיין ספר תהילים גיזאגט האט הקב"ה שפריכט ווידר דען קינג דוד עש איז מיר פיל ליבר דיין תורה דיא דוא פור מיר לערנשט וועדר אלי טויזנט אונ' הונדרט גילדון אונ' הקב"ה שפריכט צו מיר אישט דש געלט אונ' גולד איך קאן איינם רייך מכן ווען איך וויל דער הלבן זאל איין מענש אל צייט תורה לערנן אונ' זאל ניט נאך געלט שטין דען ווען איינר שון מיינט ער האט ויל געלט דא קאן אינש הקב"ה אל צייט גרינגליך שיקן דש ער ולוקש דרום קומט . אונ' אך ווען איינר דיא תורה לערנט זא קאן אין הקב"ה בלד רייך מכן אז איר וואל דא פון דיא צווייא מעשים האט גיהערט . דער הלבן זול איין איטליכר זעהן דש ער דיא תורה מערט אונ' זאל זיך פר לאזין אונ' פר טרויאן אויף גוט דער אלמעכטיג דער אימש וואל בישערן קאן אל צייט : וויא דרייא מאנין גינגאן איבר פעליט אונ' קאמן אין איין קלח . וואלד אן ערב שבת אונ' מושטן אין וואלט בלייבן בייא דיא חיות : מעשה גישאך עש גינגאן איין מאל דרייא מאנן איבר ועלט אן איינם ערב שבת אונ' עש וואר שפאט דז שיר שבת זעלט זיין דא שפראך איינר ווידר דען אנדרן ווייש וועלן מיר ט...
אל הספר