387 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז אונ' וויא עש גיבארן ווארט דא קאם דער מלאך אונ' הוב דש קינט אונ' וואר דער גיבאטיר אונ' דער מלאך דער לערנט דש קינט אלש וואש ער קאנט דאש ער קונט ווישן ווייש אונטן אונט אובן זולט גישעהן אונט ער קונט אין דעם הימול גין ווען ער וואלט אונ' דאש בישערט איר הקב"ה ווייל זיא זא גר גוטן גידנקן גיהט הבן דען עש הענקט אלש אן דער מחשובה ווען מאן אונ' ווייב בייא אננדור ליגן דען אן וואש זיא גידענקין אזו ראט דאש קינט דער נאך : עש וואר איין מאל איין גיוואלטיגר מלך דער הט קיין קינדר קלד . ניט מיט זיין ווייב אונ' טעט גרושה תפילה : מסכת ברוכת פרק שלושי מעשה גישאך עש וואר איין מאל איין גיוואלטיגיר מלך דער האט גאר איין שין ווייב אונ' זיא הטין קיין קינדור מיט איין אננדור אזו טעטן זיא גרושן תפילה דש אין הקב"ה זאלט איין זון בישערן דער דיא מלוכה קענט ביהלטן נאך אירים טוט אונ' ווייל זיא זא זער הקב"ה באטין דא ווארט אין דיא פיט גיווערט אונ' דיא מלכה ווארד טראגן אונ' גיוואן איין זון דער וואר גאר שווארץ וויא איין מור בון רעכטיר ארט וויא נון דאש דער מלך זאך דא וואר ער גאר טרויאריג או...
אל הספר