379 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז דא זאגט דער חסיד נון זעך מה דוך ווען דוא ווערשט גישטנדן בייא איינם מלך דער נייארט בלוט אונ' פלייש אישט דער הייט לעבינדיג אישט אונט מארגן טוט אישט נאך דענוך העט ער דיר דיין קאפא לאשין אב שלאגן . מכל שכן וקל וחומר איך בין דא גישטנדן פר דעם מלך דער דא אישט גיהיישן איין מלך איביר אלן מלאכים דער דא ווידר פלייש נאך בלוט אישט אונט דער דא איביגליך לעבט אונ' שוועבט אונ' ניט פר גענליך אישט וויא זעלט איך דיר דען גיענטפרט האבן דען איך העט מיך דאך מוזן פערכטן ווען ער ווער צורנג גיווארדן אז העט ער מיך גאר ממית גיוועזן . וויא נון דש דער הגמן דאש הורט דש אים דער חסיד אזו וואל האט גיענטפרט האט . דא וואר ער ווידר וואל צו פרידן מיט דעם חסיד אונ' זאגט צו אים דוא האשט מיר גאר וואל גיענטפרט אונט אזו גינג דער חסיד ווידר מיט שלום איין היים אין זיין הויז דער הלבן זאל איין איטלכיר יוד זיין תפילה בכוונה טון . אזו קומט ניקש ביז דער פון : וויא רבי דימה וואר וואל ביקאנט מיט דעם מלאך המות : קלא . מסכת חגיגה פרק ראשון מעשה גישאך איינר האט גיהיישן רב דימה בר אבייה דער וואר גאר גי...
אל הספר