377 סיפורים ומעשיות ממסורת יהודי אשכנז וויא איין חסיד טעט תפילה אויף דעם פעלט אונ' איין קל . הגמון גרישט אין אונ' ער ענטפירט אין ניט : ברוכת פרק אין אומרין מעשה גישאך אן איינם חסיד דער גינג איבר פעלט אונט דא עש צייט וואר צו אורן דא אורט ער אויף דעם פעלט אונ' וויא ער אורט דא קאם דא הער צו רייטן איין הגמון אונט דער הגמון דער גרישט דעם חסיד אונ' דער חסיד דער דנקט דען הגמון ניט אונט שוויג שטיל דא וורטט דער הגמון ביז ער אויש גיאורט האב אונט דא ער נון אויש גיאורט האט דא זאגט דער הגמון ווידר דען חסיד זאג אן דוא בויזוויכטר דא איך צו דיא האב צו גישפראכן ווארום האשטו מיר ניט גיענטפרט ווען איך אך איצונדר הין מעך גין אונ' שליג דיר דיין קאפא אב ווער וועלט מיר עפיש דרום טון . דא זאגט דער חסיד אדוני איך ביט דיך ווערט מיר איך וויל אייך וואל ענטפרן אונ' הוב אן ליביר הער ווען איר דא שטענט פאר איין קינג דער ניארט בלוט אונ' פלייש ווער אונ' רידד מיט אים אונ' עש קעם איין אנדריר אונט שפרעך אייך צוא ווערשטו אך אים ענטפרטן . דא זאגט דער הגמון ניין איך ווער אים ניט ענטפרטן . ווען דוא אים העשט אביר גיענטפט ווייש...
אל הספר